לעקציעס װעגן ייִדישער קולטור - אויך פֿאַרן ברײטן עולם

Show pearls

אַזעלכע אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען גלײַכצײַטיק מיט פּראָפֿעסיאָנעלע סעמינאַרן "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור", אָבער זייער אוידיטאָריע קאָן זײַן אַ סך ברייטער: עס ווערט אײַנגעלאַדן די גאַנצע געזעלשאַפֿטלעכקייט, וואָס אינטערעסירט זיך מיט ייִדיש און ייִדישקייט.

די ערשטע לעקציע פֿונעם דאָזיקן ציקל האָט דעם 29סטן מערץ 2016 געלייענט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט". אין דער ביבליאָטעק זענען געקומען 30 מענטשן, בתוכם די פֿאָרשטייערס פֿון ליטווישע קולטור־קרײַזן און היגע זשורנאַליסטן.