דעם 4טן און דעם 5טן נאָוועמבער 2016 איז אין דער שטאָט פּאָסאַדאַס (צפֿון־מזרח־אַרגענטינע) פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ער איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער ייִװ"אָ־אָפּטיילונג און פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
אין דער אימפּרעזע האָבן זיך באַטייליקט 90 פֿאָרשטייערס פֿון פֿילצאָליקע ייִדישע קהילות פֿון אַרגענטינע און פֿונעם שכנישן פּאַראַגווײַ. מיט לעקציעס האָבן אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון בוענאָס־אײַרעסער ייִװ"אָ פּראָפֿעסאר אַבֿרהם ליכטענבאַום און די זינגערין מרים נאָוואַ. אַ חוץ דעם, האָט נאָוואַ געגעבן אַ קאָנצערט לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און לאַדינאָ.
די באזונדערע סעסיע איז געווען געווידמעט דער פֿאַראייביקונג פֿונעם אָנדענק פֿון די קרבנות פֿון דער טעראָר־אַטאַקע קעגן ייִדישן קהילה־צענטער אין אַרגענטינע.