​נאַטאַליע רינדיוק ע"ש

Show rindiuk

דעם 3טן אויגוסט 2018 איז אין קיִעוו פּלוצלעך נפֿטר געוואָרן די יונגע טאַלאַנטירטע ייִדיש־לערערין, פֿאָרשערין און איבערזעצערין ד"ר נאַטאַליע רינדיוק

זי האָט געאַרבעט אַלס אַ ייִדיש־לעקטאָרין און אַ קאָאָרדינאַטאָרין פֿון דער סערטיפֿיקאציע־פּראָגראַם אינעם תּחום פֿון יודאַיִק בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילע אַקאַדעמיע". דאָרט פֿלעג זי אויך פֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿונעם מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

אַ סך מאָל האָט נאַטאַליע אַלס פֿאָרשטייערין פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, רעפֿערירט און מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט דורכגעפֿירט סעמינאַרן, אָרגאַניזירטע פֿונעם צענטער.

די וואָך איז ד"ר נאַטאַליע רינדיוק געווען אויסן אויפֿצוטרעטן מיט אַ ספּעציִעלן רעפֿעראַט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿטלעכער קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס קומט פֿאָר פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט אין טשערנאָוויץ...

כּבֿוד איר אָנדענק.