פֿונעם 22סטן ביזן 24סטן אָקטאָבער 2016 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור" פֿאַר 45 יונגע אָנטיילנעמערס פֿונעם פּראָיעקט "ראָדניאַ" ("מיוחסים" אויף רוסיש) פֿון ישׂראל און פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
"מיוחסים" איז אַ שעפֿערישער בילדונגס־פּראָיעקט, וועמענס ציל איז צו באַקענען די ייִדישע יוגנט אין רוסלאַנד מיט די פֿאַמיליען־געשיכטעס אינעם קאָנטעקסט פֿון אַלגעמיינער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון זײַן אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה. דער דאָזיקער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע "גענעזיס" און װערט דורכגעפֿירט אויף דער באַזע פֿון דער ייִדישער סטודענטן־אַסאָציאַציע "הילל".
די לעצטע אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער וועזנטלעכער באַטייליקונג פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. איידער די אָנטיילנעמערס זענען אָנגעקומען קיין ווילנע, האָבן זיי באַזוכט די ווײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך מיט רײַכער ייִדישער געשיכטע: סמילאָוויטש (די היימשטאָט פֿונעם קינסטלער חיים סוטין), מינסק, נעסוויזש, גראָדנע, נאָווהאַרדאָק און סלאָנים.
דער סעמינאַר גופֿא האט אנטהאלטן צוויי עקסקורסיעס (קיין טראק און איבער ייִדישע מערווירדיקייטן פון ווילנע) און פינף לעקציעס פונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס ד"ר מרדכי יושקאָווסקי: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט"; "אַ ייִדישע פֿרוי אין דער דער ייִדישער ליטעראַטור"; "ליבע און עראָטיק אין דער דער ייִדישער ליטעראַטור"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור" און "ייִדישער הומאָר".
מער פּרטים, ווי אויך די אָנטיילנעמערס אָפּרופֿן, לייענט ביטע אויף אונדזערע ענגליש־ אָדער רוסיש־שפּראַכיקע זײַטן.