דעם 10-9טן נאָוועמבער 2017 איז אין דער שטאָט ראָסאַריאָ (300 קילאָמעטער צפֿונדיק פֿון בוענאָס־אײַרעס) פֿאָרגעקומען אַ רעגיאָנאַלער סעמינאַר "ייִדישע שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט". די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם אַרגענטינער אינסטיטוט ייִװ"אָ און פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
אינעם סאמינאַר האָבן זיך באַטייליקט העכער 120 פֿאָרשטייערס פֿון דרײַ קהילות: ראָסאַריאָ, מויזעסוויל און פּאַראַנאַ. דער הויפּט־ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז געווען צו דערנענטערן די טעריטאָריעל דערווײַטערטע קהילות צו די ייִדישע קולטורעלע טראַדיציעס און ווערטן.
די באַגריסונגס־רעדע האָט געהאַלטן דער פֿאָרזיצער פֿון דער היגער קהילה חיים דוואָרעצקי. מיט צװײ לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער אַשכּנזישער קולטור און זייער באַדײַט איז אויפֿגעטראָטן דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװ"אָ פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטענבאַום, מיטן קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער און ליטורגישע פֿראַגמענטן - די זינגערין מיכל אורליאַן.