ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר קינדערגאָרטן־דערציִערס אין קיִעוו

Show col9 seminar participants

אין דער אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט בשותּפֿות פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער אוקראַיִנישער ייִדישער פֿונדאַציע, האָבן זיך באַטייליקט 26 פֿאָרשול־פּעדאַגאָגן פֿון קיִעוו, זשיטאָמיר, זאפאָראָזשיע, בעלעצערקווע (שׂדה לבֿן), ניקאָלײַעוו, אָדעס, כאַרקאָוו, כערסאָן, כמעלניצקי, טשערקאַס און טשערנאָוויץ.

ספעציִעל פֿאַר דער דאָזיקער באַגעגעניש האָבן די פֿאַכלײַט פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס אַנטוויקלט אַ מעטאָד פונעם ייִדיש־אונטערריכט דורך זינגלידער. אָט די מעטאָדיק האבן אין קיִעװ פֿאָרגעשטעלט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און די מוזיקערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש. זיי וועלן זי דעמאָנסטרירן אויך אויף די קומענדיקע סעמינאַרן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס אין ווילנע.

אחוץ די ישׂראלדיקע געסט, די לימודים האָבן געפֿירט די ייִדיש־לערערינס פֿונעם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוואָ־מאָהילאַנסקע אַקאַדעמיע" נאַטאַליאַ רינדיוק און טאַטיאַנאַ באַטאַנאָװאַ.