​ייִדיש־טעג קולטור אין סאַנקט־פּעטערבורג

Show spb2016eitan

דעם 26סטן און דעם 27סטן אָקטאָבער 2016 איז אין סאַנקט־פּעטערבורג (רוסלאַנד), אינעם ייִדישן קולטור־צענטער "איתן", פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל "די טעג פֿון ייִדיש". זײַן הױפּט־ציל איז געווען צו פּראָפּאַגאַנדירן די ייִדישע שפּראַך און איר רײַכע קולטור, צוצוציען די געזעלשאַפֿטלעכע אויפֿמערקזאַמקייט צום ייִדיש־לערנען

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געלייענט פֿיר לעקציעס: "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט"; "ייִדישע קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איר אויפֿבלי און טראַגישער אונטערגאַנג"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור" און "די סודות פֿונעם ייִדישער הומאָר".

אַ חוץ דעם, האָט די פֿעסטיװאַל־פּראָגראַם אַנטהאַלטן אַ קאָנצערט פֿונעם היגן קלעזמער־אַנסאַמבל און אַ ייִדישער קולינאַרישער וואַרשטאַט.