די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער אַמעריקאַנישער צדקה־פֿאַראיין "דזשאָינט". 146 אָנטיילנעמערס האָבן מיט גרויס אינטערעס אויסגעהערט לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און פֿון ד"ר וואָלענטינאַ פֿעדטשענקאָ (סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט), ווי אויך די אויפֿטריטן פֿון דער ישׂראלדיקער זינגערין מאַרינאַ יעקובאָוויטש און פֿונעם מאָסקווער קלעזמער לייב סאַנדיוק.
ד"ר יושקאָבסקי האָט דערציילט וועגן ייִדישע קלאַסיקערס: מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און יצחק־לייבוש פּרץ, וועגן דעם פֿרויען־געשטאַלט אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר און וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ד"ר פֿעדטשענקאָ האט גערעדט וועגן דעם אומקום פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער און די באַמיִונגען איבערצוזעצן זײַנע װערק אױף ענגליש.
אין דער פּראָגראַם זײַנען אויך געווען ספּעציאַליזירטע סטודיעס (מוזיקאַלישע, פּאָעטישע, קולינאַרישע, ספּאָרטיווע) און עקסקורסיעס.