פּערל פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר דער אוקראַיִנישער תּקומה

Show tkuma

דער דאָזיקער אינסטיטוט עקזיסטירט זינט דעם יאָר 1999. ער איז באזונדערס טעטיק אויפֿן געביט פֿונעם חורבן־פֿאָרשונגען. בפֿרט פֿאָרשט ער די טעטיקייט פון ניט־ייִדן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע פֿאַרפֿאָלגונגען.

דאָס איז דער ערשטער פֿאַל פֿון אונדזער צוזאמענאַרבעט מיט דער "תּקומה" – האָפֿנטלעך ניט דער לעצטער.

די אימפּרעזע האט זיך געעפֿנט מיט דער לעקציע פֿונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי: "צו וואָס דארף מען ייִדיש אינעם 21סטן יאָרהונדערט". שפּעטער האָט ד"ר מרדכי יושקאָווסקי אויך רעפֿערירט אויף די טעמעס: "די ייִדישע קלאַסיקערס שלום־עליכם, מענדעלע און פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן", "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור" און "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור".

דער היסטאָריקער איליאַ לעמפּערט האָט דורכגעפֿירט צוויי לערן־עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: סײַ אין דער אַלטער שטאָט, סײַ אין די ראַיאָנען דערווײַטערטע פֿונעם צענטער, אײַנשליסנדיק פּאָנאַר. ער האט אויך געגעבן 2 לעקציעס: "קולטור־טעטיקייט אין דער ווילנער געטאָ" און "ייִדישע קולטור אין ווילנע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה".

ד"ר לאַראַ לעמפּערט האָט דערציילט וועגן די סיסטעמען פֿון ייִדישער בילדונג אין ליטע צווישן די וועלט־מלחמות. די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה".