פֿונעם 20סטן ביזן 23סטן סעפּטעמבער 2016 האָט דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלן סעמינאַר פֿאַר 25 ישׂראלים, וואָס שטאַמען פֿון ווילנע, און זייערע קינדער.
דער פּראָיעקט, געווידמעט דעם 75סטן יאָרטאָג זינט דער ליקווידאַציע פֿון דער ווילנער געטאָ, איז אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער צוזאַמענאַרבעט מיט דער ליטווישער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין תּל־אָבֿיבֿ ("בית־ווילנע").
די פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען אינעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון יאַשע חפֿץ, אינעם געבײַדע פֿון דער ליטווישער ייִדישער קהילה. איר פֿאָרזיצערין פֿאַיִנע קוקליאַנסקי האָט געעפֿנט דעם סעמינאָר מיט אַ באַגריסונג־רעדע.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס ד"ר מרדכי יושקאָווסקי און די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק ד"ר לאַראַ לעמפּערט האָבן געלייענט פֿיר לעקציעס: "ייִדיש אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿון דער טויזנטיעריקער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע"; "די ייִדישע ווילנע דורך געלעכטער און טרערן"; "דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור - שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן" און "סודות פֿונעם ייִדישער הומאָר".
די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער און אַנדערע ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זענען באַשאַפֿן געוואָרן בשעת דעם חורבן.