פֿונעם 22סטן ביזן 24סטן אויגוסט 2016 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 20 יונגע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון רוסלאַנד.
דאָס איז אַ המשך פֿונעם סעמינאַר, וועלכן דער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס האָט דורכגעפֿירט אין יאַנואַר הײַ־יאָר אין מאָסקווע ספּעציִעל פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע "כּנפֿיים". די תּלמידים האָבן זיך זייער באַגייסטערט פֿון דער טעמע און האָבן באַשלאָסן צו קומען קיין װילנע אַלײן כּדי לערנען ייִדיש און ייִדישע קולטור װײַטער.
די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט. נאך דעם האט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט די לעקציעס: "ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט", "מיסטיק אין יצחק באַשעוויס־זינגערס שאַפֿונג", "די ייִדישע ליטעראַטור און דער חורבן" און "ייִדישער הומאָר".
די ווילנער וויסנשאַפֿטלערין, ד"ר לאַראַ לעמפּערט האָט רעפֿערירט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט און וועגן די סיסטעמען פֿון ייִדישער בילדונג אין ליטע צווישן די וועלט־מלחמות.
די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – לידער פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿונעם היגן אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען".