פּערל פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר "אָרט"־לערערס פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע

Show ort3 2016

די אָנטיילנעמערס, וואָס זײַנען געקומען קיין ליטע פֿון מאָסקווע, קאַזאַן, אופֿאַ, קיִעוו, אָדעס און קעשענעוו, האָבן אינטענסיוו שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור, מוזיק און אַנדערע קולטור־אַספּעקטן.

מיט גרויס אינטערעס האָט מען אויסגעהערט די לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישן דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי: "דורותדיקע ייִדישע ציוויליזאַציע", "שלום־עליכם - דער אומאיבערשטײַגלעכער ייִדישער קלאַסיקער", "יצחק באַשעוויס־זינגער – דער גאון פֿון ייִדישער דערציילונג".

אַן אַנדערער לעקטאָר פֿון ישׂראל, ד"ר לוי שעפּטאָוויצקי, האָט גערעדט וועגן דעם אויפֿקום, דעם גורל און דער צוקונפֿט פֿון ייִדישע זינגלידער. ד"ר לאַראַ לעמפּערט (ווילנער אוניווערסיטעט) האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 19טן און אָנהייב 20סטן יארהונדערט.

דער היגער וועגווײַזער, ניקיטאַ מייטין, האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: סײַ אין דער אַלטער שטאָט, סײַ אין די ראַיאָנען דערווײַטערטע פֿונעם צענטער, אײַנשליסנדיק פּאָנאַר.

אינעם לעצטן טאָג האָבן ד"ר יושקאָווסקי און דער ווילנער אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען" בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.

אין איר אָפּרוף שרײַבט די ענגליש־לערערין פֿון דער מאָסקווער "אָרט"־שול פּאָלינאַ קוזנעצאָוואַ:

"חשובֿע קאָלעגן! אַ דאַנק פֿאַר דער געלעגנהייט צו ווערן אַ טייל פֿון אײַער גרויסאַרטיקן סעמינאַר האָט מיך שטאַרק באַאײַנדרוקט. ער האָט דערוועקט אין מיר אַ וווּנטש דורכצולייענען אַ שלל מיט ביכער, צו זוכן אינפֿאָרמאַציע, זיך טיילן מיט פֿרײַנד און תּלמידים, צו הערן ייִדישע לידער, זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור".