קיִעוו געדענקט שלום־עליכם, אונדזער ייִדיש־צענטער נעמט אָנטייל

Show sh a 002

שלום־עליכם (פּען־נאָמען פֿון שלום ראַבינאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1859 אין פּערעיאַסלעוו, ניט ווײַט פֿון קיִעוו.

די יובֿל־אונטערנעמונגען זײַנען אָרגאניזירט געוואָרן פֿון דער אוקראַיִנישער ייִדישער פֿונדאַציע בשותּפֿות מיטן ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. דער היפּשער אינטערנאַציאָנאַלער עולם האָט אײַנגעשלאָסן דעם אוקראַיִנישן קולטור־מיניסטער, דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין אוקראַיִנע, באַרימטע אוקראַיִנישע ליטעראַטן און וויסנשאַפֿטלערס, לייטערס פֿון היגער ייִדישער קהילה א״אַנד.

דעם 13טן מאַי אינעם קיִעווער ליטעראַרישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט מיט אַן אויסשטעלונג פֿון שלום־עליכמס ביכער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן און קינסטלערישע ווערק געווידמעטע דעם גרויסן שריפֿטשטעלער.

אויף אָט דעם אָוונט האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, וועלכער האָט דערציילט וועגן שלום־עליכמס שאַפֿונג און באַרירט ווייניק־באַקאַנטע הינזיכטן, למשל זײַנע ציוניסטישע נייגונגען.