סעמינאַר פֿאַר דירעקטאָרן פֿונעם רוסישן "חסד" אין מאָסקווע

Show col9 1hesed directors

די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און דעם אַמעריקאַנישן פֿילאַנטראָפּישן פֿאַראיין "דזשאָינט".

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט אױף זײַנע לעקציעס גערעדט װעגן אקטועלע הינזיכטן פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם 21סטן יארהונדערט און וועגן ייִדישן הומאָר.