ייִדישע "פֿליגלען" אין מאָסקווע

Show col9 knafaim 2016

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן צוויי לעקציעס: ייִדיש אינעם 21סטן יאָרהונדערט און ליבע און אינטימע באַציִונגען אין ייִדישע ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר.

דער סעמינאַר האָט אויך אַנטהאַלטן פּראַקטישע געניטונגען און מײַסטער־קלאַסן אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, אײַנשליסלעך די פֿלריסטיק (בלומען־אויספֿורעמונג).

דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס האָט זיך צונויפֿגערעדט מיט דער "כנפיים"־פֿאַרוואַלטונג אײַנצושליסן ייִדישע קולטור־אַספּעקטן אין דער שטענדיקער פּראָגראַם פֿון אַזעלכע באַגעגענישן.