פּערל פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר ישׂראלדיקע וועגווײַזערס

Show 04 07 09

פֿונעם 5טן ביזן 7טן סעפּטעמבער 2016 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 33 מדריכים, וואָס אַרבעטן אינעם מעמאָריאַל־צענטער "יד־ושם" (ירושלים) אָדער באַלאַנגען אין דער אַסאָציאַציע פֿון וועגווײַזערס, וועלכע פֿירן ישׂראלדיקע טוריסטן קיין פּוילן.

די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ האַלבן יאָר צוריק אין ישׂראל מיט 8 לעקציעס פֿונעם אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, און פון ד"ר לאה גאָרפֿינקל וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קהילות.

אין ווילנע האָבן ביידע לעקטאָרן פֿאָרגעזעצט דעם טעמאַטישן ציקל. די רשימה האָט אויך אײַנגעשלאָסן אַן עקסקורסיע איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט.

די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער אויף ייִדיש – פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿונעם היגן אַנסאַמבל "קלעזמער־קלאַנגען". דער אַנסאַמבל באַשטייט פֿון מיטגלידער פֿון אײן משפּחה ליטווינער – אָפּשטאַמלינגען פֿון חסידי־אומות־העולם, וועלכע פֿלעגן ראַטעווען ייִדן בית דעם חורבן.